בעקי קרינסקי:
זי האָט געענדיקט די קאַריִערע פֿון "װיסנשאַפֿטן פֿון דערציונג" אין דער אוניװערסיטעט "אַנאַהואַק" אין מעקסיקע און באַקומען דעם טיטל אין "מענטשלעכע אַנטװיקלונג און אױפֿפּאַסונג" פֿון דעם אינסטיטוט פֿאַר מענטשלעכער אַנטװיקלונג. זי איִז אַ פּראָפֿעסאָר אין אוניװערסיטעט און אַן אָרגאַניזאַטאָרין פֿו אינטערנאַציִאָנאַלע סימפּאָזיומס און סעמינאַרן.
דערפֿאָלגרײַכע אונטערנעמערין און שטאָלצע מאַמע און באַלעבאָסטע.
צוזאַמען מיט דר. אילנה בערעסאָװסקי האָט זי געשאַפֿן דעם פּראָגראַם "רעצעפּטן פֿאַרן לעבן", אַ פּראָיִעקט באַגרינדעט אין דעם באַגריף אַז דער געװײנלעכער חוש, די הײם, די משפּחה, דאָס טאָגטעגלעכער לעבן און לעבן זײַנען אָפּהענגיק פֿון דעם חיבור פֿון אונדזערע דערפֿאַרונגען צו דערגרײכן גליק.
הײַנט צו טאָג, שרײַבט זי יעדן דאָנערשטיק אין דער צײַטונג "דיִאַריִאָ דע סאַן דיִעגאָ" איר שפּאַלט "רעצעפּטן פֿאַר לעבן". יעדן חודש נעמט זי אָנטײל אין דעם פּראָגראַם "דעספּיִערטאַ סאַן דיִעגאָ" (װעק זיך אױף סאַ דיִעגאָ), אין אוניװיסיִאָן .
זי קאָלאַבאָרירט רעגולער אין די ראַדיִאָ־פּראָגראַמען: ען װאָז אַלטאַ דעל דיִאַריִאָ סאַן דיִעגאָ (אױף אַ הױכן קול פֿון דער צײַטונג סאַן דיִעגאָ), לאַ פּאַלאַבראַ דע דיִאָס (דאָס װאָרט פֿון גאָט), יעדן זונטיק אין דער פֿרי, װי אױך מיט אַ פּערמאַנענטן אָפּשניט פֿון "לאַ װאָז היספּאַנאַ" (היספּאַניש קול). זי נעמט אױך ִאָנטײל אין עיִנטערנעץ מיט פֿאַרשידענע טעמעס פֿון די "רעצעפּטן פֿאַרן לעבן" אין היספּאַנאָפּאָליס.קאָם...
|
 |
אילנה בערעסאָװסקי:
זי האָט באַקימען דעם טיטל אין פּסיכאָלאָגיִע אין 1984 אין בוענאָס אַירעס, אַרגענטינע און די מײַסטערשאַפֿט אין קלינישע פּסיכאָלאָגיִע אין 1991 אין לאָס אַנדזעלעס, קאַליפֿאָרניִע. סי האָט אַ דערפֿאַרונג פֿון מער װי 26 יאָר געבנדיק עצותּ צו דערװאַקסענע, פּאָרלעך, פֿאַמיליִעס און קינדער.
אין דער אַנטיִאָך אוניװערסיטעט איז זי געװען אַ צוגאָב לערערין און זי האָט געלערנט אַ קורס פֿון "קורצע הײלונג" מיט סטודענטן פֿון פּסיכאָלאָגיִע.
זי האָט אױך געאַבעט אין דער צוגרסיטונג פֿון פּסיכאָטעראַפּיסטן אין דעם סאַנט דזאָזעף שפּיִטאָל אין אָראַנדזש, קאַליפֿאָרניִע און סאַוטערן קאַונסעלינג צענטער אין לאָס אַנדזעלעס, קאַליפֿאָרניִאַ.
אילנה בערעסאָװסקי האָט אָנגעשריבן עטלעכע אַרטקלען װאָס זײַנען געדרוקט געװאָרן אין דע צײַטונג, זשורנאַלן און אין דעם בוך "מאַניִעװרע פֿון בײַטן". זי גיט זיך אָפּ מיט דער צוגרײטונג פֿאַר פּראָפֿעסיִאָניסטן און דעם עולם אין אַלגעמײן דורך װאַרשטאַטן, קאָנפֿערענצן, באַשענקונגען און אין ראַדיִאָ־פּגאָגראַמען און טעלעװיזיִע.
הײַנט צו טאָג אַרבעט זי מיט בעקי קרינסקי אין די אַרטקלען "רעצעפּטן פֿאַרן לעבן", װאָס דרוקן זיך יעדע װאָך אין דער צײַטונג "דיִאַריִאָ סאַן דיִעגאָ" און זײער אָפֿט אין טעלעװיזיִע, אין דעם פּראָגראַם "דעספּירטע סאַן דיִעגאָ" און אין ראַדיִאָ היספּאַנאַ. זי נעמט אױך אָנטײל אין דער אינטערנעט מיט פֿאַרשידענע טעמעס פֿון די רעצעפּטן פֿאַרן לעבן אין דעם שפּאַלט פֿון היספּאַנאָפּאָליס.קאָם.
|